А какой на вакабе, надо сказать, красивый еврейский шрифт, не бездушевная канцелярщина, а такой, от которого таки веет атмосферой йидише щтэтэлэс:
אין דעם כּישוף־װאַלד אַ מאָל איז געװען אַ שרעטעלע אַ קלײנס גליק. ס׳איז שטילינקערהײט דורכגעגעקראָכן אין די הײַזקעס פֿון זײַנע עלטערע ברידער – די שרעטלעך, און דאָס לעבן פֿון זײ איז געװאָרן נאָך זאָרגלאָזיקער און פֿרײדיקער. דאָס שרעטעלע גליק איז געװען זײער אַ קלײנס, אַז ס׳איז מיגלעך געװען ניט באַמערקן אים, נאָר איז שטענדיק פּאָפּאַדיעט דאָרטן, װוּ ס׳האָבן זיך גענײטיקט אין אים. ס׳גלאַװנע, ניט צו פֿאַרמאַכן די טיר פֿאַר אים און ניט אַרױסצוטרײַבן.
אײן מאָל האָט אױסגעבראָכן אַ גרױס געװיטער. ס׳האָבן זיך דערשראָקן די שרעטלעך, זײ האָבן זיך באַהאַלטן אין זײערע הײַזקעס, פֿאַרמאַכט די טירן אױף קליאַמקעס. און דאָס שרעטעלע גליק איז געבליבן זיצן זיך אױף דער לאָנקע. ס׳האָט זיך געפּרוּװט אַ קלאַפּ טאָן צו זײַנע ברידער, אָבער האָבן געעפֿנט אים. ס׳האָבן זיך דערשראָקן, װײַל האָבן ניט געגלײבט דעם קלאַפּ אין זײערע טירן. דאָס שרעטעלע איז געװאָרן טרױעריק און עלנסט. עס האָט געװײנט אַלע לאַנגע נעכט. די גאַנצע צײַט האָט זיך געפּרוּװט געפֿינען אַ מקום־מנוחה. און דער שלאַקסרעגן האָט געגאָסן דרײַ טעג און דרײַ נעכט. און אין פֿערטן טאָג דאָס שרעטעלע האָט באַשלאָסן אַהינצוגײן. װוּ ס׳װעט זיך נײטיקן אין אים, צו געפֿינען דעם, װאָס װעט װיסן װי טײַער צו האַלטן אים און געדענקען פֿון אים.
ס׳איז װײַט געגאַנגען דאָס שרעטעלע גליק. און סוף־כּל־סוף איז די שטאָט! און אױף די גאַסן פֿון דער שטאָט איז אַ געטומל. די אױטאָס יאָגן אױף די װעגן און די מענטשן לױפֿן אַהין־אַהער. אַהין און אַהער ניט אױפֿהערן!